הויפט בלאט באריכט עבד מלך: חסידי סקולען באגלייטן למנוחות פיליעריגער געטרייער משב"ק ביי צדיקי בית סקולען הרה"ח ר' קלמן מיסקי ז"ל

עבד מלך: חסידי סקולען באגלייטן למנוחות פיליעריגער געטרייער משב"ק ביי צדיקי בית סקולען הרה"ח ר' קלמן מיסקי ז"ל

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש


מיט ערשיטערטע געמיטער האבן הונדערטער היינט באגלייט למנוחות דער פיליעריגער לעגענדארער משב"ק ביי צדיקי בית סקולען, הרה"ח ר' קלמן מיסקי ז"ל, וואס איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון 74 יאר, לדאבון לב כל בית סקולען.

הרה"ח ר' קלמן איז שוין פון זיינע יונגע יארן צוגעצויגן געווארן צו הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע אשר סמך ידיו עליו און אים ממנה געווען אלס משמשו בקודש, און שפעטער האט ער זוכה געווען אנצוהאלטן די עבודת הקודש און התקשרות ביי ממשיכי דרכו אדמור"י בית סקולען.

ר' קלמן האט ארויסגעשיינט אלס אחד המיוחד מפני העדה אין סקולענער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, ולבו ער לכל קדשי בית סקולען מיט א געוואלדיגע מסירת נפש, ובפרט זיין אומערמידליכע עסקנות פאר מוסד הק' חסד לאברהם, וואס ער איז געשטאנען ליד ימינם פון די סקולענע רבי'ס למען קיום המוסד און באגלייט אויף טריט און שריט.

אין פריוואטן לעבן איז ר' קלמן געווען אויסגעצייכנט בג' עמודי עולם, מיט אן אהבת תורה ויראת שמים האט ער געדינט דעם אויבערשטן בהצנע לכת, און מרבה געווען בצדקה וחסד אלעס אויף א באשיידענעם פארנעם אוועק פון פרסום, ארומלויפנדיג שאפן געלט פאר נצרכים און מרי לבב וועם ער פלעגט מקרב זיין און מחי' זיין נפשות רבות.

די לעצטע פאר יאר האט זיך ר' קלמן געמוטשעט מיט א שווערע קרענק, און פארלאפענע וואך זענען ווי באריכטעט די ברידער כ"ק האדמורי"ם לבית סקולען שליט"א ספעציעל ארויסגעפארן צום ציון פון אדמור"י בית סקולען אין מאנסי מעורר זיין רחמים שמים פאר זיין רפואה, און באזונדער מעורר געווען די חסידים מעתיר צו זיין לרפואתו.

ליידער זענען די שערי רחמים געווען געשלאסן און ר' קלמן האט די נאכט מחזיר געווען נשמתו ליוצרו, איבערלאזנדיג א הערליכן דור ישרים ומבורך.

די לוי' איז ארויס ביים סקולענער ביהמ"ד אויף קיעפ סטריט אין וויליאמסבורג, וואו עס האבן מספיד געווען בבכי תמרורים הגה"צ גאב"ד וויטקא שליט"א חדב"ן פונעם בעל מאור ישראל מסוקלען זצ"ל, כ"ק האדמורי"ם מסקולען וויליאמסבורג, סקולען לעיקוואד, און ישועת יעקב סקולען, וועלכע האבן ארויסגעברענגט זיין געטריישאפט פאר די הייליגע רבי'ס וואס וועלן אים אוודאי קעגנקומען בעולם העליון.

ר' קלמן איז געקומען לקבורה אויף די וויזניצער בית החיים אין מאנסי סמוך ונראה צו אדמור"י בית סקולען. אויפן פעלד האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א וועלכע האט אויך מספיד געווען דעם חשובן נפטר.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00