פארלאפענעם ליל שישי ויחי איז פארגעקומען אין בני ברק די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הרה"צ ר' ישכר בעריש ווייס שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע דאמב שליט"א רב הוד השרון, מיט די כלה א טאכטער פון הנגיד החסיד ר' מנחם מענדיל רייך הי"ו מחשובי חסידי צאנז אין פתח תקוה.