מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריטער, JDN
הונדערטער תלמידי וחסידי דושינסקיא איינוואוינער אין רמה ב' אין בית שמש, זענען נאך אונטער די טיפע רושם נאכן מיטלעבן א דערהויבענע שבת במחיצת הקודש פון מורם ורבם כ"ק מרן האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
דער רבי שליט"א האט געפראוועט דעם שבת אין שטאט, נאך מערערע הפצרות פון די בני הקהלה ובראשם דעם רבינס ברודער הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א.
די תפלות און טישן זענען פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מהרי"ם אויף רחוב רבי יהושע אין שטאט, וועלכע איז געווען איבערגעפולט מיט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה ותושבי העיר וואס זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע תפילות און טישן במחיצת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א.
די רבי שליט"א איז איינגעשטאנען בחדרו הפרטי וואס איז איינגערישט געווארן אלס פאסיגע אכסניא אויף שבת.ביי די תפלות איז געווען צוגעשטעלט ספעציעלע פארענטשעס פאר די ילדי החמד צו מיטהאלטן פונעדערנאנט דאס דאווענען ביים רבי'ן. נאכן דאווענען ליל שבת קודש איז דער ציבור אריבער א לענגערע צייט וואונטשן גוט שבת פאר'ן רבי'ן.
די סעודת שבת האט דער רבי אפגעראכטן צוזאמען מיט די עלטערע אידן און בעלי בתים פון די קהילה, אין היכל ישיבה לצעירים. אינמיטן די סעודה האט דער רבי אויפגעטראטן מיט שיחות קודש בעניני קדושת שבת און הנהגת הבית און אויך ארמגערעדט איבער די גרויסקייט פון שלש סעודות וואס מ'דארף זען אויסצונוצן כדבעי.
די סעודה האט זיך פארצויגן גאנצע דריי שעה נאכאנאנד, און נאכן סעודה איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל הביהמ"ד צום שולחן הטהור. בשעתן גאנצן טיש האט די בהימ"ד געווירבלט מיט הונדערטער אידן תושבי השכונה און אויך אידן פון אנדערע געגענטער אין בית שמש וואס האבן געמאכט דעם לאנגן וועג מיטצוהאלטן דעם שולחן הטהור. לידו פון רבי'ן האבן זיך אנגעזעהן צענדליגע רבנים ודיינים פון איבער די שטאט.
שבת צופרי איז פארגעקומען א ספעציעלע סדר הלימוד פאר'ן דאווענען כרצון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א. ביי קריאת התורה האט הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש עולה געווען שישי און דער רבי האט עולה געווען מפטיר – חזק, און דאן געמאכט א מי שברך פאר די בעלי שמחה און די גבאי ועסקני הקהילה. נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן די קידושא רבא אין ביהמ"ד און מכבד געווען דעם ברודער דער רב שליט"א קידוש צו מאכן.
ביי קידוש האט דער רבי אויפגעטראטן מיט דברות קודש און צווישן אנדערע דערמאנט, דעם והיה ראשיתך מצער ואחריתך ישגה מאוד, אז מיט גענוי 32 יאר צוריק – שבת ויחי תשנ"ד האט אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים אפגעראכטן א שבת אין בית שמש, עס איז דאן געווען בלויז איין ביהמ"ד דחסידי דושינסקיא אין בית שמש, און היינט האט זיך עס ב"ה צושפרייט צו עלף בתי מדרשים צושפרייט איבער די גאנצע שטאט, מיט א ציבור פון אריבער זיבן הונדערט משפחות בליעה"ר.
די סעודה שבת צופרי האט דער רבי אפגעראכטן מיט די יונגערע אינגעלייט און ארומגערעדט דברי הדרכה וואס איז נוגע בעיקר די צעירי האברכים. צווישן אנדערע האט דער רבי דערמאנט לשבח זיין ברודער דער רב הקהלה אין שטאט וועלכע איז נאך אויפגענומען געווארן דורכן טאטן צ"ל צו דינען אלס רב אין די קהילה.
ביי שלש סעודות האט זיך אנגעזען א ריזן ציבור וואס זענען אויך געקומען צו גיין פון אנדערע געגענטער אין שטאט. צווישן זיי א קבוצה חסידים פון רמה ד' וואס זענען געקומען א וועג פון קרוב צו צוויי שעה צופיס.
איידער די דברות קודש האט דער רבי אנגעהויבן דעם התעוררות'דיגן ניגון קה אכסוף און דערנאך משמיע געווען דברות קודש ודברי התעוררות כהכנה לימי הושבבי"ם. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען אחיו אבד"ק דושינסיקא בית שמש, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות לכבוד עטליכע חתנים. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער וואנטשן א גוטע וואך, און זיך געזעגענען נאך דעם שבת מרומם.
מוצאי שבת האט דער רבי באשיינט די מעמד סיום יורה דעה און הנהגת הבית דורך די יונגע יונגעלייט וואס ווערט געלערנט וועכענטליך כתקנת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל.
דערנאך האט דער רבי באשיינט די מעמד "חנוכת הבית" רבתי פונעם נייעם בנין ביהמ"ד דושינסקיא אין שכונת רמה ג' צוזאמען מיט די סעודת יארצייט לזכרו של הגה"ח ר' שמואל שישא ז"ל מחשובי חברי הקהילה וואס די ביהמ"ד איז אויפגעשטעלט געווארן לשמו ולזכרו.
דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און דערנאך האט מען געהערט דרשות פון הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש און הרה"ג ר' יוסף ישראל אייזנבאך שליט"א דומ"ץ דושינסקיא רמה ג'.
צום שלום פונעם מעמד האט דער רבי געשאנקן א מתנה פאר די חשובע נדיבים לבית משפ' שישא און האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה לכבוד די פרייליכע מאורע.