מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
נעכטן זונטאג איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, די כלה א טאכטער ביי בנו הרה"צ ר' שמואל אליהו טויב שליט"א איידעם ביי הגה"צ רבי אליהו שטערן שליט"א אבד"ק אור המאיר רחובות, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' אליקים שרגא שפירא שליט"א ראש הכולל זוטשקא ירושלים זון פון הרבני הנגיד ר' יצחק שפירא הי"ו און איידעם ביי הרה"ג ר' יצחק אייזיק וואלדארסקי שליט"א. די שידוך איז געשלאסן געווארן ביי א באשיידענע מעמד לחיים במעון הקודש פונעם זיידן האד' ממודזיץ נאכגעפאלגט מיטן שמחת הווארט אין ביהמ"ד הגדול מודזיץ אין בני ברק.