הויפט בלאט באריכט שיינע חתונה פון נכד הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע פארגעקומען אין בארא פארק באשיינט דורך האד' מצאנז קלויזענבורג

שיינע חתונה פון נכד הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע פארגעקומען אין בארא פארק באשיינט דורך האד' מצאנז קלויזענבורג

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הלל ל"ש


פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באשיינט בראש השמחה ביי די חתונה בבית צדיקים פון א אייניקל ביים שוואגער הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א חתנא דבי נשיאה פון אביו הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"ג ר' הערשל ווייס מרבני ק"ק צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל מיט די חתן זון פון הרה"ג ר' מאיר בער קרויז שליט"א זון פון הגה"צ גאב"ד אודווארי שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין שטאט בארא פארק, במקהלות פילע חסידים ואנשי מעשה, און הונדערטער חסידי צאנז קלויזענבורג.

די רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד החופה מלובש בבגדי שבת, וואו ער איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין און דערמיט מכבד געווען גיסו די זיידע גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ רבי אהרן משה ישעי' קרויז שליט"א אבד"ק אפטא לעיקוואד, ברכות ראשונות די זיידע הגה"צ גאב"ד אודווארי שליט"א און ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, נאכן חופה האט די רבי שליט"א געוואונטשן מזל טוב פאר די חתן כלה, מחותנים און זיידעס, און באזונדער פאר די שוועסטער די רעבעצין פון קרית צאנז ירושלים.

שפעטער אויפדערנאכט איז די רבי צוריקגעקומען צום סעודת החתונה און אפגעראכטן א שולחן לחיים. במשך די שמחה האט די רבי פארברענגט בנועם שיח מיט די רבנים אויפן אויבן אן די זיידעס האדמו"ר מקאסוב וויזניץ, גאב"ד אודווארי און די שוואגערס גאב"ד קרית צאנז ירושלים און האדמו"ר מצאנז זוועהיל.

מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן די פעטער פון ארץ ישראל כ"ק אדמו"ר ממיאלען שליט"א, די פעטער די רבי שליט"א האט געזאגט די ברכות ראשונות, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ גאב"ד סערט וויזניץ לעיקוואד שליט"א.

נאכן בענטשן האט מען אויפגערופן צו מצוה טאנץ די זיידע הגה"צ גאב"ד אודווארי שליט"א און דערנאך האט מען אויסגערופן דעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט דערביי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה, און דערנאך געטאנצן מיט די חתן מחותנים און זיידעס, א באזונדערע ריקוד מיטן שוואגער הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, און מיטן מחותן הרה"ג ר' הערשל ווייס שליט"א, דערנאך א רינג מיט די שוואגערס גאב"ד קרית צאנז ירושלים, האדמו"ר מצאנז זוועהיל, און די משפחת המלוכה צאצאים פון אביו הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע. דער רבי איז דאן פארבליבן צו די ריקודין פון די זיידעס האדמורי"ם והרבנים און ביים פארלאזן די שמחה ארום דריי אזייגער פארטאגס האט די רבי אנגעוואונטשן חתן וכלה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00