דערהויבענער שבת התאחדות אין מירון בראשות המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מיט חבורת אש קודש – אלעד

מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש


הונדערטער חברי חבורת אש קודש אין אלעד האבן דעם שבת מיטגעלעבט א זעלטן געהויבענעם אין אתרא קדישא מירון בצילו פונעם ריש חבריא המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, די גאנצע שבת מבואו ועד צאתו איז געווען א חטיבה אחת פון התרוממות ותענוג רוחני, און האט געדינט אלס פאסיגע הכנה אריינטרעטנדיג אין די ימי השובבי"ם. דורכאויס שבת האט דער משפיע שליט"א פארגעדאווענט די תפילות פארן עמוד לכבוד די יומא דהילולא קדישא פון אביו כ"ק אדמו"ר רבי אלתר אלעזר מנחם מלעלוב זצ"ל און במשך גאנץ שבת ארומגעקאכט במשנתו הטהורה.

מוצאי שבת איז פארגעקומען די געהויבענע מעמד ההדלקה לכבוד התנא האלוקי רשב"י וואס האט זיך פארצויגן בדביקות עילאה ביז נאך חצות הלילה, וואו דער משפיע האט כדרכו געהויבן דעם ציבור טפחיים על גבי הקרקע, מיט דברי התעוררות וכיבושין באגלייט מיט ניגוני דביקות און פרייליכע טענץ בין גברא לגברא. 

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"