האד' מדאראג וויילט אין אתרא קדישא מירון אויף מנוחת הנפש | בילדער גאלעריע

מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ. אדלער,JDN


פאריגן שבת פ' ויגש האט כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א געוויילט אין אתרא קדישא מירון אויף אפרוה, פרייטאג ערב שבת נאך חצות איז דער רבי ארויף צום ציון הק' פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואו דער רבי האט מתפלל געווען לישועת הכלל והפרט, און דערנאך איז פארגעקומען אינעם חצר המערה די חאלאקע'ס פון עטליכע חסידים, וואו דער רבי האט אפגעשוירן די קינדער און מען האט געזונגען ניגוני מירון.

שבת האט די רבי אפגעראכטן אין די אכסניא אין מירון אינאיינעם מיט די בני המשפחה, מוצאי שבת נאך מלווה מלכה איז דער רבי ווידער ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט א גרויסע קבוצה חסידים וואס האבן געוויילט אויף שבת אינעם אומגעגענט.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"