הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א באשיינט סיום הש"ס פארגעלערנט דורך בנו חביבו אין אונגארישער שוהל אין ירושלים

דאנערשטאג פ' במדבר • ב' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט:   מ.א. נוימן.


נעכטן איז הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב אנגעקומען צו די אונגארישער הייזער אין ירושלים וואו ער האט זיך משתתף געוועהן ביים סיום ששה סדרי משנה וואס ווערט פארגעלערנט טעגליך דורך בנו הרה"ג ר' נתן יצחק שעכטער שליט"א אין די ראמען פון כולל שומרי החומות אין די "אונגארישער שוהל". הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז מכובד געווארן צו מסיים זיין ששה סדרי משנה און די קדיש דרבנן. דערויף האט זיך דער רב שליט"א ארויסגעלאזט אין א ריקוד נהלב מיט בנו חביבו הרב נתן יצחק, צום עקסטאזליכע געזאנג פון די פילע משתתפי השיעור.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"