גייסטרייכע מסיבה פאר נגידי ועסקני ק"ק באבוב-45 אין בעפארברייטונג צום מגבית אדירה "פתיחת שערים"

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • י' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין בעפארברייטונג צום מגבית אדירה "פתיחת שערים" מיט'ן ציל צו שאפן די לעצטע מיליאנען צו קענען פולקאם פארענדיגן דעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול דחסידי באבוב-45 אין שטאט בארא פארק איז פאריגע וואך מאנטאג פארופן געווארן א מסיבה דורך הרה"צ רבי יחזקאל אונגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, וועלכע איז פון די בריחי התיכון פון דעם פארצווייגטן פראיעקט. די מסיבה איז געווען געווידמעט פאר נגידים און עסקנים וועלכע האבן די מעגליכקייטן אויפצוטרייבן גרעסערע סכומים. ביים מסיבה האט מען געהערט דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, און די נדיבים זענען אריבער דעם רבי'ן שליט"א איינציגווייז איבערגעבן דעם סכום וואס זיי נעמען זיך אונטער צו שאפן ביים יעצטיגן קאמפיין.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"