לקץ שבעים: מעמד לחיים לרגל 70'סטע יום הבהיר פון האד' משומרי אמונים י-ם ביום ט' אייר

פרייטאג פ' אחרי קדושים • י"א אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


דעם מיטוואך נאכט אור לט' אייר, דער זיבעציגסטער יום הבהיר פון כ"ק האדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון ירושלים האט דער רבי מקדש געוועהן די לבנה ברוב עם הדרת מלך און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים, וואו א שיינעם ציבור חסידים פון נאנט און פון ווייט האבן זיך צונויפגענומען לרגל האי יומא דקגרים.

בשעתן לחיים אט דער רבי משמיע געוועהן התרגשותדיגע דברות קודש מיט א שבח והודאה צום בורא כל עולמים שהגיענו עד הלום, און די חסידים האבן אויסגעבראכן מיט ניגוני שמחה, כי אורך ימים און נאך פרייליכע ניגונים מיט א תפילה ובקשה לאריכת ימיו ושנותיו פונעם רבי'ן שליט"א.

דערנאך האט דער רב טועם געוועהן ייש ישן און דערויף געמאכט די ברכה הטוב והמטיב, נאכן מעמד לחיים זענען די חסידים דורך וואונטשן לחיים און דער רבי האט – כנהוג – פארטיילט שיריים פון די מזונות פארן ציבור.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"