אִילָן בְּמָה אֲבָרֶכְךָ • האד' מראחמיסטריווקא רעכט אפ ברכתה אילנות ברוב עם אין מושב מחסיה נעבן בית שמש

מאנטאג פרשת טהרה • ל' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN


פארלאפענעם וואך אין די טעג נאך יום טוב פסח איז כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אנגעקומען צום שטאט בית שמש וואו די רבי האט געדאוונט מנחה אין ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין רמה ב', און דערנאך אנגעקומען אויף ברכת האילנות אינעם דערנעבנדיגן מושב מחסיה ווי עס זענען געווען פארזאמלט הונדערטער חסידים פון איבער גאנץ ארץ ישראל וואס זענען געקומען צו פארן פון איבער גאנץ ארץ ישראל מיטצוהאלטן די עבודת הקודש פון ברכת האילנות וואס איז ווי באקאנט א געהויבענער עבודה ביים ראחמיסטריווקא רבי'ן שליט"א וואס איז מקיים די מצווה איין מאל אין יאהר, מיט גרויס דביקות און השתוקקות בדחילו ורחימו.

ביים אנקומען האט די רבי שליט"א באטראכט די בלומען אויף די ביימער און דאן געמאכט די ברכה מיט גרויס התלהבות כדרכו בקודש, נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון און ניגוני קודש וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער א האלבע שעה, דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען שיחת קודש בענין ברכות בכוונה, און מאציל געוועהן ברכת קדשו פאר די חסידים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"