באישון ליל: האד' מלעלוב ביים מצות באקן לקראת פסח אינעם בית אופה דק"ק ראחמיסטריווקא

דינסטאג פ' צו • י' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, JDN


דעם זונטאג שפעט באנאכט איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א אנגעקומען באקן מצות לקראת יום טוב פסח, אין די ראחמיסטריווקא מצה בעקעריי אין שטאט בארא פארק. פארנאכטס האט דער רבי געשעפט מים שלנו ביים קוואל נעבן בית מדרשו אויף די 18'טע עוועניו אין בארא פארק און שפעטער נאך חצות איז דער רבי אנגעקומען מיט א גרופע חסידים צום אלטן ראחמיסטריווקא מצה בעקעריי וואו דער רבי האט זעלבסט עוסק געווען בטירחא דמצוה זינגענדיג די ניגונים וואס איז נהוג אין לעלוב ביים מצות באקן, די רבי האט געגאסן די וואסער, און ווייטער באגלייט דעם סדר האפי', געשטאנען ביי די אויוון א לענגערע צייט, און זיכער געמאכט אז יעדער פרט ופרט ווערט דורכגעפירט על צד היותר טוב מיט אלע חומרות והידורים וואס דער רבי שטעלט איין ביי זיין חבורה, ביים ענדיגן האט די רבי ווארעם געוואונטשן פאר די הנהלת בית האופה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"