וְצִוָּנוּ עַל הַמִּילָה • שמחת הברית פון בשותפות'דיגע אייניקל פון האד' מבאבוב און גיסו ראש ישיבת באבוב

דינסטאג פ' ויקרא • ג' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש


פארלאפענעם וואך איידער כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג קיין אנטווערפען, איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אייניקל ביים רב שליט"א, בן הנולד לבנו הרה"צ רבי מרדכי דוב הלברשטאם איידעם ביי זיין פעטער הגה"צ רבי ברוך אברהם הורוויץ ראש ישיבת באבוב, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק, וואו די זיידע האדמו"ר מבאבוב איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. די סעודת ברית איז געוועהן קאמבאנירט מיטן שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה פון חתן כלה איייניקלעך פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע, אין שפיץ פון די זיידע'ס ראש ישיבת באבוב און דומ"ץ באבוב לאדאן.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"