דאנשטאג פ' ויקהל • כ' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש
א זעלטן היסטארישער מעמד איז פארגעקומען פארלאפענעם דאנערשטאג פרשת תצוה בליל ז' אדר, אין דער עיר הקודש והמקודש אתרא קדישא מירון, ביום המסוגל ווען אידישע קינדער אין אלע דורות פלעגן ארויספארן קיין אתרא קדישא מירון צו וויילן בצילא קדישא פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי זי"ע.
דער מעמד אדיר מיט'ן נאמען "נכספה" איז געווען געווידמעט פאר איין איינציגן ציל, צו פארשפרייטן און מחזק זיין דעם הייליגן לימוד בתורת הקבלה, לימוד הזוהר הקדוש מיט פארשטאנד, מיט הילף פון דעם וועלט בארימטן פירוש "בני היכלא" פארפאסט דורך כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א, אלס א המשך צו די הייליגע ספרי קבלה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מאשלג זצ"ל דער בעל הסולם, וועלכער האט אויפגעלויכטן די וועלט אין דעם געביט, און אריינגעברענגט א פרישן אור בלימוד הזוהר הקדוש.
דורכאויס דעם מעמד האבן באשיינט בראש המסובים גאר חשוב'ע גאוני עולם, מנהיגי ישראל בארץ הקודש ומגדולי המקובלים, כ"ק אדמו"ר מתורת חכם שליט"א, כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א, הגה"צ המקובל רבי אביש צעהנווירטה שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, הגה"צ המקובל רבי טובי' שטערן שליט"א גאב"ד מירון, הגה"צ רבי אלעזר שטערן שליט"א גאב"ד מירון, כ"ק אדמו"ר מוויטעבסק שליט"א, הגה"צ המקובל רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, הגה"צ רבי ברוך האגער שליט"א אב"ד קהל יראים אשדוד, און הגה"צ רבי אליהו אשלג שליט"א רב ביהמ"ד אשלג.
אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג שליט"א, זון פונעם באקאנטן משפיע הגה"צ ר' אהרן טויסיג שליט"א. עטליכע מאל האט ער אויפגעטראטן מיט פלאם פייערדיגע ווערטער איבער דער הייליגקייט פון דעם דאזיגן מעמד און וואס מען קען אלץ אהיימנעמען פון דא.
דער קלימאקס פונעם גייסטרייכן מעמד איז געווען די רירנדע דברות קודש פון הגה"צ המקובל רבי אביש צעהנווירטה שליט"א, וועלכער האט פאר לענגערע מינוטן ארומגערעדט בגודל קדושת הזמן, און די געוואלדיגע אורות וואס ערשיינען בעולם הקבלה. דערביי האט רבי אביש א לענגערע צייט ארומגעשמועסט איבער די פעולות נשגבות פונעם הייליגן בעל הסולם זצ"ל, די געוואלדיגע דערגרייכונגען וואס ער האט אריינגעברענגט אין דער היינטיגער וועלט צו פארשטיין געבן און ארויסהעלפן אידן צו לערנען בתורת הקבלה מיט פארשטאנד.
אויך האבן אויפגעטראטן די חשוב'ע ברידער הגאוה"צ רבי טובי' און רבי אלעזר שטערן שליט"א רבני אתרא קדישא מירון, ממשיכי דרכו בקודש פון הגה"צ רבי מאיר שטערן זצ"ל גאב"ד מירון. צום שלוס האט מען געהערט דברות קודש ודברי חיזוק פון הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א אדמו"ר מתורת חכם, און א דרשה פון המשפיע הגה"צ ר' זרח ראזענטאל שליט"א, וועלכער האט צוזאמגענומען די אלע דרשות, און פאראייניגט אלע משתתפים זיך מקבל צו זיין א קבלה טובה, צו לערנען כאטש פינף מינוט אין דעם הייליגן ספר הזוהר באגלייט מיט'ן נייעם פירוש בני היכלא.
דער גאנצער מעמד וואס איז פארגעקומען אין א פראכטפולן זאל אין אתרא קדישא מירון, איז באגלייט געווארן מיט א הערליכער און פאכמאנישער מוזיקאלישער פרעזענטאציע, הארציגע לידער און לעבעדיגע מוזיק לכבוד היום הגדול ז' אדר, אונטער דער געניטער פירערשאפט פונעם טאלאנטפולן בעל מנגן ר' יעקב דאסקאל הי"ו.
דער ריזן ציבור וואס האבן מיטגעהאלטן דעם גייסטרייכן מעמד, זענען אהיימגעגאנגען נאך לאנגע שעות פון תענוג רוחני, מיט פרישע אוצרות און אורות צו פארשטיין און קענען לערנען דעם ספר הזוהר הקדוש מיט'ן רייכטיגן אפטייטש, א ליכטיגקייט אין פנימיות התורה על פי דרך החסידות, אויפ'ן אויסגעטראטענעם וועג פונעם בעל שם טוב הקדוש זי"ע און זיינע תלמידים.