בזכות שלושת אבות: מעמד התפילה אין אהל אדמור"י וויזניץ אין בני ברק לרפואתו השלימה פון האד' מוויזניץ

מיטוואך פ' ויקהל • י"ט אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


דעם מאנטאג נאכמיטאג בעת די אפעראציע ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז בנו הגדול הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ אנגעקומען אין באגלייטונג פון א עדה חסידים צום וויזניצער אהל וואו ער האט מיטגעהאלטן די משמורת תהילים דורך עדת חסידי וויזניץ אין לויף פונעם טאג, מתפלל צו זיין למען בריאת גופו הטהור פונעם רבי'ן שליט"א. דערנאך האט ער מתפלל געוועהן ביי די ציונים הק' אויפן ארטיגן בית החיים, פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצ"ל, מרן החזון איש זי"ע און דער שר התורה הגאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל שטייענדיג אויפצומארגנס פון זיין יארצייט. שפעטער נאכמיטאג האט דער רב שליט"א מיטגעהאלטן דער יום תפילה רבתי אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית וויזניץ.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"