פילע חסידי וויזניץ ביי לוויה פון הרה"ח ר' מאיר טויב ע"ה משב"ק און לאנגיעריגע מנהל מוסדות וויזניץ ב"פ

מאנטאג פ' כי תשא • י' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י., JDN


מיט פארקלעמטע הערצער האבן הונדערטער חסידי וויזניץ נעכטן באגלייט למנוחות הרב החסיד המפואר ר' מאיר טויב ע"ה מנכבדי חסידי וויזניץ אין מאנסי, משמש בקודש ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל, און לאנגיעריגער מנהל פון מוסדות וויזניץ אין בארא פארק, וועלכער איז דעם מוצאי שבת פלוצלינג נפטר געווארן לחיי העולם הבא. 

דער לויה האט זיך אנגעהויבן ביים וויזניצער תלמוד תורה אין בארא פארק וואו עס האט זיך איינגעזאמלט א ריזן ציבור אידן בראשות כ"ק האדמור"ים לבית וויזניץ שליט"א, האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק וועלכער איז ספעציעל אריינגעקומען אין שטאט פונעם מקום הנופש אין ניו דזשערזי, האדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג און האדמו"ר מוויזניץ ירושלים. הרב אברהם יצחק מערמלשטיין מנהל התלמוד תורה האט איבערגעבעטן דעם נפטר בשם די הנהלה און די תלמידים און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע מסירת נפש פון ר' מאיר ע"ה פאר די מוסדות הקדושים בכל עת ועדן. דערנאך האט מען באגלייט די מיטה עטליכע גאסן.

אנקומענדיג צום אריינגאנג פון שטאט מאנסי האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א אפגעווארט און באגלייט די מיטה א שטיק וועג, זייענדיג אויפן וועג אריין קיין בארא פארק צום שבע ברכות פון א אייניקל, נישט וועלנדיג פארפאסן די לוי' פון אזא געטרייע חסיד וואס איז אלע יאהרן געוועהן נאנט און משמש געוועהן ביי די שולחנות הטהורים.

באנאכט איז פארגעקומען די לויה ביים ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי, בראש המלווים האט זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן לחלוק כבוד האחרון פארן חשובן נפטר און געטרייע חסיד וואס איז געוועהן שטארק דבוק און פלעג כסדר פארן אויף ימים טובים און שיינע שבתים קיין גיבבערס.

מען האט ארויפבאגלייט דעם נפטר ביז צום וויזניצער בית החיים וואו ער איז געקומען למנוחה נכונה סמוך ונראה צו זיין גרויסן רבי'ן הרה"ק בעל תורת מרדכי זצ"ל. נאכן קבורה האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א מנחם אבל געוועהן ביי די קינדער בבית האבלים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"