האד' מסאטמאר אפגעראכטן א תפילה מיוחדת ביים ציון הק' אין קרית יואל לרפואת גיסו האד' מוויזניץ לרפו"ש

פרייטאג פ' תצוה • ז' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


די וואך מיטוואך פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארויף צום אהל הק' פון צדיקי בית סאטמאר אויפן בית החיים אין קרית יואל, וואו דער רבי האט מתפלל געוועהן א תפילה מיוחדת פארן שוואגער מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה וואס איז ווי ברייט באקאנט זקוק לרחמי שמים מרובים.

דער רבי איז אנגעקומען אויפן ציון אין באגלייטונג פון א ענגע קרייז חסידים און די תלמידי הישיבה, און געצינדן ליכט. דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן ספר רביעי אין תהילים בהתעוררות רב, און אראפגעלייגט די קוויטל פונעם שוואגער די וויזניצער רבי מרן ישראל בן לאה אסתר לרפואה שלימה.

נעכטן דאנערשטאג האט הרבנית מסאטמאר תליט”א זיך טעלעפאניש פארבינדן מיטן ברודער מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איבערצוגעבן אז בעלה כ”ק אדמו”ר מסאטמאר שליט"א איז ארויף צום ציון הק’ אין אין קרית יואל מתפלל זיין לרפואתו, דער רבי האט געבעטן איבערצוגעבן א פערזענליכע יישר כח און א פריסת שלום.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"