הויפט בלאט באריכט הערליכער כינוס התלמידים ושמחת השבע ברכות אפגעראכטן אין ישיבה גדולה עסק התורה דסאטמאר אין מאנסי

הערליכער כינוס התלמידים ושמחת השבע ברכות אפגעראכטן אין ישיבה גדולה עסק התורה דסאטמאר אין מאנסי

געשריבן דורך admin123

דינסטאג פ' תצוה • ד' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין


מיט פייערליכע הרגשים איז אפגעראכטן געווארן פארגאנגענעם מוצש"ק משפטים די מעמד 'כינוס התלמידים' דורך תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה דסאטמאר – מאנסי יצ"ו, בחבורה אחת כאיש אחד בלב אחד מיט די השתתפות פון אלע תלמידים פון די פארגאנגענע פיר יארן כולן שווין לטובה, רבנן ותלמידיהון אין שפיץ פונעם מנהיג העדה דער גרויסער ראש הישיבה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

לרגל די גרויסע שמחה בבית המנהל הרה"ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א איז אפגעראכטן געווארן דעם גרויסן מעמד כינוס התלמידים אינאיינעם מיט א שמחת שבע ברכות לרגל נשואי בנו בכורו למז"ט, ווי די תלמידי הישיבה פון אלע יארן זענען זיך צוזאמענגעקומען אינאיינעם זיך מיטפרייען מיט די שמחה בבית פונעם חשוב'ן מנהל שליט"א צו וועם אלע תלמידים זענען מקושר מיט א שטארקע הכרת הטוב.

דער ישיבה גדולה סניף עסק התורה איז געגרינדעט געווארן שוין גאנצע פיר יאר צוריק אין שנת תשפ"ב און האט זיך קונה געווען א אויסטערלישע שם טוב, ווי די בחורים זיצן און זענען עוסק בתורה אפילו שוין נאכן פארענדיגן די ישיבה יארן, אין דאס קומט צו פארדאנקען דעם חשובן מנהל שליט"א וואס האט זיך דאן אריינגעלייגט ראשו ורובו למען הצלחת הישיבה, און ביז היינט גייט ער אן מיט איבערמידליכע כוחות פאר די הצלחה פון יעדע תלמוד באזונדער, און אזוי אויך די געטרייע הנהלת המתיבתא וואס לייגן אריין פילע כוחות אז די בחורים זאלן קענען זיצן און לערנען מיט הרחבת הדעת און הנאה האבן ברוחניות ובגשמיות אויפן העכסטן פארנעם.

דער גרויסע כינוס התלמידים איז פארגעקומען אינעם פראכטפולע ביהמ"ד המפואר אנשי חי"ל פראנקפורט בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת וועלכע איז אויסגעשטעלט געווארן אויף א ספעציעלער פארנעם צו קענען אקאמאדירן און ארייננעמען אין זיך דעם גאנצן ציבור פון העכער 150 תלמידים פון די לעצטע פיר יאר בליעה"ר.

צום קלימאקס פונעם מעמד האט מען געהאט די זכי' צו מקבל זיין פני קדשו פונעם רבי'ן שליט"א ראש הישיבה, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די אלע חשובע מרביצי תורה און עקסטער מיט די געטרייע חברי הנהלת המתיבתא וועלכע טראגן דעם גאנצן עול פונעם ישיבה הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו און הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א. עס האט זיך פארמירט א לענגערע הערליכע שמועס און מען האט געזינגען נגוני הודאה. דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און דערציילט מערערע סיפורי קודש פונעם ייטב לב זיע"א בנוגע זיין הרבצת התורה לתלמידים, און ארומגערעדט בשבח הישיבה וועלכע איז אויסגעשטיגן מיט אזא שם טוב, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די רמ"י והנהלת הישיבה און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים פאר אלע בחורים.

נאך די דברות קודש איז דער רבי ארויס אין א פייערדיגן טאנץ מיטן גאנצע אויבנאן און עקסטער מיטן חתן און מיטן מנהל שליט"א א לענגערע צייט. דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה ובזמרה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00