כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א אפגעראכטן די יומא דהילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא זי"ע בקרב חסידיו אין עיה"ק ירושלים. שוין א שבת בעפאר די הילולא האט דער רבי געוויילט אין ירושלים וואו דער רבי האט יורד געוועהן לפני התיבה צו אלע תפילות און אפגעראכטן די שולחנות הטהורות ברוב עם.
זונטאג נאכמיטאג עת כי פנה יום איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודת הילולא וואס איז געוועהן קאמבאנירט מיט א מעמד התחלת כתיבת אותיות פארן ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעגעבן צום בנין הכנסת אורחים אין שטאט פשיסחא, מיסודו פונעם רבי'ן שליט"א. אלס נואם הכבוד האט אויפגעטערטן דער נואם בחסד עליון הגה"צ רבי דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבה קטנה פני מנחם אין ירושלים.