אריבער טויזנט תלמידי כיתה מכינה לישיבה קטנה ד'סאטמאר פון גרעיטער ניו יארק ביים יערליכן יום האיחוד אין קרית יואל

מאנטאג פ' תרומה • כ"ו שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


די קרוב טויזענט תלמידי כיתה מכינה לישיבה קטנה ד'סאטמאר כ"י פון איבער גרעיטאר ניו יארק זענען נאך אונטערן רושם דקדושה מיטלעבענדיג דעם געהויבענעם "מעמד יום האיחוד" דעם פארגאנגענעם דינסטאג, וואס איז אפגעהאלטן געווארן בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל. דער יערליכער "מעמד יום האיחוד" איז געצילט צו מחזק זיין די הונדערטער בחורי חמד וואס האבן אויסגענוצט די פארלאפענע ימי השובבי"ם אריינלייגענדיג עמל ויגיעה מיטן הארעווען הונדערטער שעות רצופות אין די ראמען פון די ספעציעלע מסגרת אין יעדן סניף באזונדער.

צום סיום ימי השובבי"ם איז ווי יאר יערליך פארגעקומען דער גרויסער מעמד יום האיחוד, דער מעמד איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל, וואס איז געוועהן ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אריינצונעמען דעם לגיון של מלך, די קרוב צו טויזענט תלמידי כיתה מכינה לישיבה קטנה פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען געקומען צו פארן קיין קרית יואל לרגל דעם גרויסן מעמד.

דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד און מען האט געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים דערנאך האט איינער פון די בחורים האט פארגעזינגען חרוזים, און די מנהלים האבן איבערגעגעבן פארן רבי'ן שליט"א א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזנטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים, ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי התחזקות ללימוד התורה, און ארומגערעדט איבער וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים, נאך מנחה איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן געבענטשטע מטבעות פאר איינע פון די מגידי שיעור וועלכע פארט אין די יעצטיגע טעג קיין ארץ ישראל, צו פארטיילן פאר די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון ירושלים און בני ברק.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"