בחצר הקודש מחנובקא בעלזא איז נעכטן מוצאי שבת פארגעקומען די מלוה מלכה אינאיינעם מיטן שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' אברהם רוקח שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אינעם בנין ביהמ"ד הגול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק, וואו עס האבן באשיינט די שמחה די צוויי זיידע'ס האדמור"ים ממחנובקא בעלזא און ביאלא בני ברק.