די וואך ביום המסוגל ג' בשלח, איז פארגעקומען א מעמד נורא הוד ביים מערת אליהו אין שטאט חיפה, וואו כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א האט דארט אפרעכטן א ספעציעלע מעמד תפילת הפרנסה אינאיינעם מיט די נגידים ותומכים וואס האבן זיך געלאזט קאסטן להחזקת הביהמ"ד הגדול אין קרית ישמח משה.
דער רבי שליט"א האט האט דארט באותו מקום קדוש געזאגט פרשת המן אינאיינעם מיט די חסידים, און דערנאך זיך געזעצט צו א מסיבת לחיים וואו עס האט אויפגעטרעטן דער גאסט רעדנער הגה"צ ר' בערל רעניצער ראש ישיבת בעלזא חיפה.