זונטאג פ' יתרו • י"א שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך בביתו נאווה קודש אין די מאה שערים געגענט, דער רבי איז געקומען נעמען א ברכה איידער זיין נסיעה קיין מיאמי פלארידא אויף אפרוה, און געוואונטשן מזל טוב לכבוד די חתונה פון א אייניקל ביי האדמו"ר ממשכנות הרועים וואס קומט פאר היינט נאכט, די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט סיפורי צדיקים כנהוג מוצאי שבת און מען האט געטרינקען לחיים.