האד' מראחמיסטריווקא וויילט שבת אין אתרא קדישא מירון לרגל די השובבי"ם‎

מיטוואך פ' בשלח • ז' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: JDN


דעם שב"ק פ' בא האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געוויילט אין אתרא קדישא מירון למנוחת הנפש, סמוך ונראה צום ציון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

ערב שבת האט דער רבי געדאוונט מנחה ביים זמן רבינו תם אינעם ביהמ"ד ביים דאך פונעם ציון, מעריב האט דער רבי געדאוונט ביים ציון הק' אינעם מערה פון רבי אלעזר, נאכן דאווענען איז דער ציבור דורך זאגן גוט שבת. די סעודה ליל שב"ק האט דער רבי געפראוועט באופן פרטי מיט די בני המשפחה.

בצפרא דשבתא האט מען געדאווענט שחרית בשעה 7:30, דער רבי האט כמנהגו געדאוונט אין א א חדר מיוחד אויפן דאך פונעם ציון און די חסידים האבן געדאוונט אין חצר הציון, בעפאר קריאת שמע איז די רבי אראפגעקומען דאווענען מיטן ציבור. די סעודה בייטאג האט די רבי געגעסן ביחידות בחדרו הפרטי אויפן דאך פונעם ציון הק'.

שלש סעודות האט די רבי געפראוועט אין שטוב פון די מרא דאתרא הגה"צ רבי אלעזר שטערן גאב"ד מירון, כמנהגו רבות בשנים וואו דער רבי פלעג אפרעכטן שלש סעודות אין שטוב פונעם פריערדיגן מרא דארא הגה"צ רבי מאיר שטערן זצ"ל גאב"ד מירון.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"