הויפט בלאט באריכט גדולה הכנסת אורחים: האד' מוויזניץ דרוקט אויס פערזענליכע הכרת הטוב פאר האד' מצאנז

גדולה הכנסת אורחים: האד' מוויזניץ דרוקט אויס פערזענליכע הכרת הטוב פאר האד' מצאנז

געשריבן דורך admin123

דינסטאג פ' בשלח • ו' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


דעם זונטאג באנאכט איז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אריבערגעקומען אויף א באזוך לביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, איינצולאדענען דעם רבי'ן שליט"א צו די חתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר די וואך, דער רבי איז געקומען אין באגלייטונג פון זיין זוהן דער מחותן הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד וועלכע האט איבערגעגעבן א הזמנה און דער צאנזער רבי שליט"א האט געוואונטשן ברכת קדשו. דערביי האט זיך דער רבי באדאנקט מעומק הלב אויף די ברייטהארציגע הכנסת אורחים, סיי אין קרית צאנז און באזונדער די איבערגעגעבנקייט אין די לאניאדא שפיטאל וואו דער צאנזער רבי זארגט כסדר פאר די חולי ישראל וואס קומען דארט אן אז זיי זאלן באהאנדלט ווערן אויפ'ן בעסטן אופן.

דער רבי האט אויך געוואונטשן מזל טוב לכבוד די חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, די רבי'ס האבן געטרינקען לחיים, און דער צאנזער רבי האט ארויסבאגלייט דעפ רבי'ן שליט"א ביותרת הכבוד.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00