הויפט בלאט באריכט הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א פראוועט שב"ק פ' בא אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר אין קרית יואל

הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א פראוועט שב"ק פ' בא אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר אין קרית יואל

געשריבן דורך admin123

דינסטאג פ' בשלח • ו' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט א רגש דקדושה האבן די אריבער טויזנט בחורי חמד תלמידי סניפי הישיבה גדולה ד'סאטמאר מיטגעהאלטן די געהויבענע שבת במחיצתו פון כבוד הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר-וויליאמסבורג שליט"א, וואס האט געפראוועט דעם שבת אינעם היכל המתיבתא אין קרית יואל צוזאמען מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבות.

דער וויליאמסבורגער רב שליט"א איז ארויסקומען אויף שבת, כמדי שנה בשנה, בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, צו פראווען איינס פון די שבתים וואס דער רבי שליט"א געפונט זיך אויף אפרוה, צוזאמען מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבות, אַַזוי צו געבן די מעגליכקייט פאר די בחורים ווייטער מיטצוהאלטן די שיינע שבתים אין קרית יואל, און צו פארבלייבן בין כותלי הישיבה ברציפות ובלי הפסק.

די גאנצע שבת מהחל ועד כלא איז געווען גאר געהויבן, די תפילות דורכאויס שבת אינעם היכל הביהמ"ד בבנין הישיבה סניף דברי יואל, די סעודת ליל שבת קודש וועלכע האט געדויערט פיר און א האלב שעה איז געפראוועט געווארן אינעם היכל הביהמ"ד בבנין הישיבה סניף ויואל משה באגלייט מיט שירות ותשבחות און דברי תורה דברי אלוקים חיים מפי ממלל רברבן דער רב שליט"א, ובפרט די גאר התעוררות'דיגע סעודת רעוא דרעוין און אין שפיץ די דברי כיבושין דורכ'ן רב שליט"א מיט וואַַרעמע דברי מוסר והדרכה לרגל ימי השובבי"ם.

פרייטיג צונאכטס האט די רב יורד געווען לפני התיבה צו מנחה, נאכ'ן דאווענען זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, די תלמידי הישיבה האבן דערביי אפגעגעבן א מזל טוב פאר'ן רב שליט"א לרגל די שמחה השרוי במעונו בהולדת הבן אצל בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א.

ביים סעודה פרייטיג צונאכטס האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בדברי מוסר והתחזקות, און בתוך הדברים אדרעסירט די באזוך אין ישיבה דאנערשטאג פארטאגס וואו דער רב איז ארויף אומגעראכטן צו באזוכן אין אלע סניפי הישיבה, און ארויסגעברענגט דעם גרויסן קורת רוח זעענדיג ווי די תלמידי הישיבה זענען זיך ממית באהלה של תורה, דער רב האט מעורר געווען אז די בחורים וואס זענען נישט געווען צווישן די וואס זענען געזעצן אין ביהמ"ד און געלערנט, זאלן זיך אויך צופלייסן און אויפשטיין פארטאגס, דערביי האט דער רב מעורר געווען אז אפילו עס איז טאקע א גרויסע ענין צו גיין נאך געלט, זאל מען זעהן אז נישט אסאך בחורים זאלן גיין אויפאיינמאל, און אז די הנהלת הישיבה זאל עס צוטיילן אין עטליכע טעג, כדי די סדר הישיבה זאל נישט צושטערט ווערן.

בצפרא דשבתא נאכ'ן דאווענען האט דער רב אריבערשפאצירט קיין שכונת ויואל משה אין באגלייטונג פון פילע בחורי חמד וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט אין אזא לאנגע וועג צו פרעגן שאלות בכל תחומי החיים, במשך די וועג זענען הונדערטער תושבי העיר צוגעקומען צום רב שליט"א געבן שלום, צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב קרית יואל, הרה"ג ר' שלום ראטענבערג שליט"א – רב דביהמ"ד תפילה למשה, און נאך.

נאך ארום א האלבע שעה איז דער רב אנגעקומען צום ביהמ"ד ברך משה סיגוט בשכונת ויואל משה וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת הקידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א רב הביהמ"ד, בן הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה.

דערנאך איז דער רב ארויף אין שטוב פון הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א – ר"מ בישיבה קטנה סניף דרך התורה וואו עס איז פארגעקומען די ברית לבנו הנולד לו למז"ט, דער רב איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות וקריאת השם, נאכ'ן ברית איז פארגעקומען א קידושא רבא, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה, און באזונדער פאר די זיידע הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני סאטמאר וומ"ס, דערנאך האט דער רב צוריקשפאצירט לביתו וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת יום שב"ק אויף א פריוואטע פארנעם.

בעידן רעווא דרעווין האט די רב מעורר געווען איבער שמירת עיניים, און אז מ'דארף זיך האלטן גאר שטארק מיט די אמונה, אפילו יעצט בעיקבתא דמשיחא ווען ס'איז דא א גרויסע הסתרת פנים, און איבער די גרויסקייט פון מסירות נפש.

מוצאי שבת נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך וואס האט זיך פארצויגן פאר גאר א לאנגע צייט, דער רב האט יעדעם צוריקגעוואונטשן בצהלת פנים, דערנאך האט דער ציבור ארויסבאגלייט דעם רב בשירה וזמרה, נאך אזא געהויבענעם שבת.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00