ווי שוין באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א דעם ליל שישי מתפלל געוועהן ביי די מקומות הקדושים לבקש תפילה ותחנונים על עמך בית ישראל און שופך שיח זיין לקראת די שמחה הרוממה אין הויף, די חתונה פון נכדתו הכלה תחי', בת בנו חביבו הגה"צ ר' אברהם הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז טבריה מיט החתן א זוהן פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.
אנקומענדיג מול מקום המקדש האט די רבי שליט"א געריסן קריעה כדין, דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב וואו דער רבי שליט"א האט לאנג מאריך געוועהן מיט בכיות. נאך מעריב האט דער רבי געליינט קוויטלעך פון עטליכע אידן המצפים לישועה און פארלאזט דעם כותל. פון דארט איז מען ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון ווי באזונדער באריכטעט.