הויפט בלאט באריכט האד' מראחמיסטריווקא איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים ביום המסוגל ערב ראש חודש

האד' מראחמיסטריווקא איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים ביום המסוגל ערב ראש חודש

געשריבן דורך admin123

זונטאג פ' בשלח • ד' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


דעם דינסטאג ליל ערב ראש חודש איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אנגעקומען צום עיר האבות חברון וואו דער רבי האט געדאוונט מעריב אינעם מערת המכפלה. נאך מעריב וואס האט זיך פארצויגן א לענגערע וויילע איז דער רבי צוגעגאגנען צום קבר דוד המלך און רות וואס ליגן באערדיגט אין חברון, און דארט געזאגט די פופצן שיר המעלות בתעוררות רב. 

זייענדיג אין חברון איז דער רבי אריינגעפארן אינעם אידישן יישוב וואו ער האט זיך משתתף געוועהן ביי א סעודת מצווה דורך די גערער כולל בית תלמוד להוראה אין בני ברק בנשיאות הגה"צ רבי יצחק דוד אלתר שליט"א זוהן פון הרה"ק בעל 'פני מנחם' מגור זצוק"ל, וואו דער רבי האט געטרינקען לחיים און ארומגעשמועסט פונעם בעל ההילולא דער הייליגער ישמח ישראל פון אלכסנדר זי"ע און דערנאך געוואונטשן די לומדי ורבני הכולל.

אויפן וועג אהיים קיין ירושלים, האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים קבר רחל אמנו אין חברון וואו דער רבי האט מתפלל געוועהן לישועת הכלל והפרט אין דעם יום המסוגל ערב ראש חודש.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00