באשיידענע מעמד קביעת מזוזות ביים בנין החדש פון ת"ת אמרי אמת גור אין בארא פארק בראשות הרב נחמיה אלתר בן האד' מגור

מוצאי שבת פ' בא • ג' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


א באשיידענע מעמד קביעת מזוזות איז פארגעקומען פאריגע וואך ביי די נייע גיגאנטישער בנין התלמוד תורה 'אמרי אמת' דחסידי גור אין שטאט בארא פארק. די מעמד איז געוועהן אין שפיץ פונעם חשובן גאסט הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכער האט מיט א רגש דקדושה קובע געווען די מזוזות ביים בנין החדש, און דערנאך מכבד געווען די רב הקהילה הרה"ג ר' הערשל ראטטענבערג שליט"א און די חשובע נדיבים בוני הבית.

דערנאך איז הרב נחמי' אריין אינעווייניג אינעם נייעם בנין און זיך אומגעקוקט אויף  אלע שטאקן מיט גרויס הנאה און התפעלות און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים, וואו ער האט אין זיין רייד ארויסגעברענגט דאס התרגשות פון מחנך א בית קדוש שמגדלין בו תורה ויראת שמים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"