מאנסי • מעמד תפילת הפרנסה פאר תומכי מוסדות סאסוב אין שפיץ פון האד' מסאסוב

דאנערשטאג פ' בא • א' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי בערגער


כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים, איז דעם זונטאג אווענט אנגעקומען קיין מאנסי אויף א ספעציעלע מעמד תפילת הפרנסה אינאיינעם מיט די נגידי ותומכי המוסדות, די מעמד איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד ר' ישראל ווייס הי"ו, וואו עס האט אויפגעטראטן אלס יושב ראש דער באגאבטער רעדנער הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש ישיבת תורת צבי ספינקא, צום קלימאקס פונעם אווענט האט מען געהערט דברות קודש און דברי ברכה פון כ"ק האדמו"ר מסאסוב שליט"א אין דערנאך האט די רבי געזאגט פרשת המן אינאיינעם מיט די משתתפים אלס א סגולה לפרנסה, נאכן מעמד האט דער רבי אויפגענומען די נגידים מיט קוויטלעך און אונטערגעשריבן די שטרי התחייבות ביז די שפעטע נאכט שעהן.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"