האד' מסאטמאר האלט מיט סדר לימוד ליל שישי דורך אלפי בחורי ואברכי סאטמאר אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב

דינסטאג פ' בא • כ"ח טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


אן אומבאשרייבליכע מחזה הוד האט זיף אפגעשפילט דעם ליל שישי אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג ווי העכער 1,000 בחורי ואברכי ק"ק סאטמאר האבן איבערגעפילט דעם היכל, און די זייטיגע שטיבלעך, ווי אויך דער נייער פראכטפולער היכל התורה אום 3:00 פארטאגס ביים "לימוד ליל שישי – כולל אברהם יעקב".

דער כולל שישי "כולל אברהם יעקב" ווערט אנגערופן לשמו ולזכותו פונעם נדיב ופטרון הכולל העסקן הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו מפארי נדיבי ועסקני ק"ק סאטמאר, לעילוי נשמת אביו דער אומפארגעסליכער איש החסד והמעש, הרה"ח ר' מרדכי ב"ר מנחם זאב הלוי ע"ה.

אין די פריע פארטאגס שעהן איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערישנען אין ביהמ"ד הגדול וואו דער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן די טישן זיך אומקוקנדיג אויף די לומדים מיט גרויס הנאה וקורת רוח, און דערנאך אויסגעדרוקט זיין התפעלות פארן עושה ומעשה הרה״ח ר׳ אברהם יעקב פריעדמאן הי״ו.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"