א שיינעם ציבור חסידים ואנשי מעשה האבן די וואך מיטגעהאלטן די רבישע חתונה פון החתן א זון פון הגה"צ ר' חיים שמואל געשטעטנער שליט"א אב"ד טשאקאווא בראכפעלד, בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א, מיט די כלה עלטסטע אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' יצחק מרדכי ראזענבוים שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבערגסאז בני ברק שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די היכלי מלכות זאל אין בני ברק.