הגאון רבי שלמה פרישוואסער ראש ישיבת חיי עולם ביים איבערגעגעבן א שיעור כללי אין מתיבתא באבוב-45‎

מאנטאג פ' בא • כ"ז טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.


הגאון רבי שלמה פרישוואסער אבד"ק סאסוב לאנדאן וראש ישיבת חיי עולם וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לכבוד די חתונה פון א אייניקל, האט דעם דאנערשטאג נאכמיטאג איבערגעגעבן א שיעור עיון בהיכל המתיבתא באבוב-45 אין בארא פארק אויפן איינלאדענונג פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכער האט פערזענליך זיך משתתף געוועהן ביי די שיעור. 

הגאון ר' שלמה פרישוואסער שליט"א איז אן אייניקל פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע און איז פון די יושבים ראשונה במלכות באבוב-45 מיט זיין ייחוס עצמו זייענדיג באקאנט אלס א למדן און תלמיד חכם מופלג. דער ראש הישיבה האט אנגענימען דעם איינלאדענונג פון זיין נאנטן קרוב דער רבי שליט"א און האט איבערגעגעבן א טיפזיניגער שיעור אינעם סוגיא וואס מען איז עוסק אין די ישיבה וואו דער ראש מתיבתא כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט מיטגעהאלטן דעם שיעור און נאכן שיעור זיך מפלפל געוועהן מיטן גאסט בריתחא דאורייתא.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"