פילע הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן פאריגע וואך מיטגעלעבט שעות פון התרוממות הנפש ביים חתונה הגדולה פון החתן הרב שאול יחזקאל גראס ני"ו זון פון כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אין די וואגשאל זאל אין בני ברק. די שמחה איז געקומען צום קלימאקס בעת די ריקודין לכבוד שמחת חתן וואו דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין גאר עקסטאזליכע ריקודין אין צענטער פון זאל, הייבנדיג דעם ציבור טפחיים מעל הקרקע.