געהויבענע חתונה פארגעקומען אין בית שמש בחצרות ספינקא

מיטוואך פ' וארא • כ"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין, JDN


חסידי ספינקא האבן מיט פריידיגע געפילן מיטגעהאלטן די ימי שמחה וחדוה אינעם רבינס הויף וואס איז געפראוועט געווארן אין שטאט בית שמש, די שמחת החתונה און די נאכפאלגנדע שבת שבע ברכות פון החתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, א זון ביי זיין בן זקונים הרה"צ רבי אלעזר אלימלך ווייס שליט"א רב חסידי ספינקא אין בית שמש און א אייניקל פון הגה"צ רבי שמחה דויטש האדמו"ר מטריסק ב"ב, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ רבי הערשל רוטנער האדמו"ר מספינקא בית שמש.

די שמחת הנישואין איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די הכרמים זאל אין בית שמש, בראש המסובים האט זיך אנגעזעהן די גרויסע גאסט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, א פעטער מצד הכלה וועלכע איז געקומען צופארן ספעציעל צו באשיינען בראש השמחה אלס דער ראש המשפחה און עומד מצד הכלה.

ביים מעמד קבלת פנים האט די זיידע דער ספינקא רבי פארגעזינגען 'היה עם פיפיות' כמנהגו בנוסח ימים נוראים – מיט א קול בכי פון התרגשות שטייענדיג בעת משוש דודים ווען דער ראש בית אב הרה"ק בעל חקל יצחק מספינקא זי"ע איז א זיידע משני הצדדים. די אדמורי"ם שליט"א האבן אנגעטון די קיטל פארן חתן, און א הייליג העמעד פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס ליגט באוצרו הטוב פונעם מחותן מצד הכלה האדמו"ר מספינקא בית שמש מירושת אביו הגדול הגה"צ המקובל רבי אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל.

די זיידע די ספינקא רבי שליט"א האט אונטערגעפירט מצד החתן, און איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ רבי יהודה יחיאל שיינפעלד האדמו"ר מטאלטשאווא א פעטער מצד הכלה, מיט ברכות ראשונות די זיידע פון חתן האדמו"ר מטריסק בני ברק, און ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.

בשעת די סעודת החתונה איז געשאפן געווארן א מחול לצדיקים צווישן די אדמורי"ם שליט"א לבית ספינקא, די זיידע די ספינקא רבי און די פעטער האדמו"ר מבית יצחק ספינקא וועלכע האבן אסאך פארברענגט אינאיינעם במשך די שמחה. צווישן די אדמורי"ם ורבנים וואס האבן זיך באטייליגט ביי די חתונה האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם משומרי אמונים, ביאלא פשיסחא פון אשדוד, יערוסלאב, ספינקא רמת אהרן, זידיטשוב, דינוב ביתר, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן האדמו"ר מבעלזא, און די מעיאר פון בית שמש הררב שמואל גרינבערג הי"ו.

עס האט נאכגעפאלגט די געהויבענער שבת של שמחה אינעם בנין פון ישיבה קטנה וויזניץ אין די חפציבה געגנט אין בית שמש, אין שפיץ פון די געהויבענע זיידע די ספינקא רבי שליט"א און די פעטער האדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א וועלכע זענען געוען צוגאסט אויף שבת אין שטאט לכבוד די שמחה און האבן אינאיינעם אפגעראכטן די תפילות און שוה"ט.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"