7
מיטוואך פ' וארא • כ"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א.פ.
די וואך איידער מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט קיין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואה איז אריבערגעקומען אויף א באזוך אינעם רבינס אכסניא אין קרית צאנז – נתניה, כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער איז געקומען זיך געזעגענען פונעם רבי'ן שליט"א. די רביים האבן ארומגעשמועסט א קורצע צייט בידידות רב און דערנאך זיך געזעגענט בברכת פרידה.