כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א האט פאריגע וואך שטאט נתניה, וואו דער רבי האט באזוכט ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, זייענדיג אויפן וועג קיין טבריה וואו דער רבי וויילט יאהר יערליך אין לויף פון די ימי השובבי"ם. די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט דברי תורה און סיפורי צדיקים פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע שטייענדיג אין די טעג בעפאר די הילולא קדישא ח"י טבת. דער צאנזער רבי האט דערנאך מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים און ארויסבאגלייט בכבוד הראוי.