פארלאפענעם וואך דינסטאג שמות איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא פון כ"ק אדמו"ר רבי אלתר אלעזר מנחם מלעלוב זצוק"ל, בליל ההילולא האבן די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א אגעראכטן די סעודת הילולא אין לעלובער ביהמ"ד אויף רח' רבי עקיבא אין בני ברק וואו דער בעל ההילולא האט געפראוועט זיין עבודת הקודש לאנגע יאהרן.
צומארגנס איז מען ארויף צום ציון אויפן הר הזיתים, אין שפיץ פון די ברודער הרבנים שליט"א ובראשם כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בארא פארק וואס איז – כמידי שנה בשנה אנגעקומען קיין ארץ ישראל צום יארצייט.