הרב פנחס גאלדשמידט אב"ד אייראפע באזוכט ביי האד' מסאטמאר דן צו זיין איבערן גזירת השחיטה אין אייראפע

מיטוואך פ' שמות • ט"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


דעם מאנטאג פארמיטאג איידער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט צום מקום הנופש אין פאלם ספרינג קאליפארניע אויף אפרוה, איז אריינגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן שליט"א, הרה"ג רבי פנחס גאלדשמידט שליט"א אב"ד אירופה ונשיא ועידת רבני אירופה, אינאיינעם מיט זיין זוהן וואז דינט אלס רב דקהילת אלטנוי אין מאנהעטן, וואו עס איז דיסקוסירט געווארן איבער די גזירת השחיטה אין אייראפע.

דער רבי שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט און איז אריין אין די פרטי פרטים פון די אורטייל דורך די העכסטע געריכט פון די EU, די אייראפעאישע פאראיין, קעגן כשר'ע שחיטה, און באשטעטיגט אז בעלגיע און נאך לענדער האבן די פולע רעכט אינפארסירן זייער שחיטה פארבאט, א שריט וואס טוט גאר שטארק פארשווערן.

הרב גאלדשמידט האט דערצייט איבער די לענגערע קאמף אין די הויכע קארידארן, און די השתדלות אויף אלע פראנטן צו מבטל זיין די גזירה, און דער רבי האט מאציל געוועהן ברכת קדשו.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"