הויפט בלאט באריכט רוסישער הויפט רב הגאון ר' בערל לאזאר באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א

רוסישער הויפט רב הגאון ר' בערל לאזאר באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א

געשריבן דורך admin123

מיטוואך פ' שמות • ט"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


היינט פארמיטאג האט באזוכט ביי מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות', הגאון ר' בערל לאזאר דער הויפט רב פון רוסלאנד וואס איז אנגעקומען אויף א באזוך אין ארץ ישראל לכבוד די חתונה פון בתו הכלה. ער האט איבערגעגעבן א גרוס פונעם חרדישן אידנטום אין רוסלאנד, און אנגעפרעגט א רייע שאלות ביים רבי'ן אין פארשידענע ענינים.

דערנאך האט ער איבערגעגעבן פארן פוסק הדור זיין נייעם ספר 'שלח לחמך' אויף סדר בראשית, דער גאון האט דערין מעיין געוועהן א לענגערע וויילע, און דערנאך מכבד געוועהן מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן לכבוד השמחה במעונו.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00