הערליכע שבע ברכות בשמחת בית ביאלא מיוחד פאר עסקני השמחה

דאנערשטאג פ' וישלח • י"א כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר


נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט למחרת פון די חתונה הגדולה בחצר הקודש ביאלא איז פארגעקומען די שבע ברכות אין ביהמ"ד הגדול ביאלא אין ירושלים געווידמעט פאר די עסקני השמחה וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיט די הכנות צו די חתונה און די ימי השמחה, האבנדיג די געלעגענהייט צו שפירן דעם הכרת הטוב פונעם גרויסן בעל שמחה דער רבי שליט"א,ּ וועלכע האט געלאדענט די עסקנים אלס זיינע געסט בעידן חדוותא.

במשך די שמחה האט דער רבי שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש כאות הכרת הטוב פאר די משתתפי השמחה, און עס איז געהערט געווארן דרשות דורך די ראשי והנהלת הקהילה. בשעת די שמחה האט זיך משתתף געוועהן כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א א נאנטן קרוב מיטן זיידן דער זקן אדמור"י רוזשין כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א. דער איז מכובד געווארן צו טאנצן מיטן חתן און האט זיך אריינגעלאזט אין א באזונדערע ריקוד מיטן מחותן כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"