האד' מסערט וויזניץ באזוכט ביי האד' מוויזניץ לרפו"ש אין נתניה

מיטוואך פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


נכעטן נאכט איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק וואו דער רבי האט זיך משתתף געוועהן ביי די חתונה בבית מחותנו כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וואו דער רבי האט מיטגעהאלטן די שמחה א משך זמן. אויפן וועג אהיים קיין חיפה איז דער רבי צוגעפארן צום שטאט נתניה אויף א ביקור חולים באזוך ביי מחותנו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה, וואו עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס איבער זכרונות מימי קדם און דער רבי האט מאציל געוועהן ברכת קדשו פארן רבי'ן שליט"א לרפואה שלימה בקרוב.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

האד' מבעלזא אפגעראכטן מסיבת שבע ברכות פארן הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו

גייסטרייכע מעמד "להחיותינו" אפגעראכטן אין ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים לחיזוק וביסוס הקהילה