שמחת השבע ברכות לרגל די שמחת החתונה פון די חתן א זון פון הרה"ג ר' אברהם שמעון מאריליס שליט"א ראה"כ תורת שמעון יעריסלאוו בני ברק, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו זצ"ל פון בארא פארק, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' נפתלי מרדכי טויב שליט"א אב"ד קאלוב טשעסנאט רידזש, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען בבי מדרשו פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א אין בארא פארק, וואו עס האבן זיך משתתף געוועהן די אדמור"י ורבני העיר, און כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א – א קרוב מצד החתן וועלכע איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק.