הויפט בלאט באריכט כוס ישועות:הייליגע בעכער פון הרה"ק מראפשיץ זי"ע על שולחן מלכים פון האד' מצאנז

כוס ישועות:הייליגע בעכער פון הרה"ק מראפשיץ זי"ע על שולחן מלכים פון האד' מצאנז

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


בדחילו ורחימו האבן חסידי צאנז בייגעוואוינט דעם פארלאפענעם פרייטאג צונאכטס ביים שלחן הטהור פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א הייליגע שעה'ן פון דביקות בצדיקים הקודמים, ווען עס איז געברענגט געווארן צום רבי'ן שליט"א דער הייליגער "בעכער" המיוחס צו הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע.

דער ראפשיצער בעכער איז אנגעקומען בירושה צום אייניקל פונעם זרע קודש, דער בארנובער רב זי"ע, און בשעת דער בארנובער רב איז ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל, האט ער עס געברענגט צו הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל מראצפערט זי"ע. שפעטער איז דער בעכער אנגעקומען לרשותו פון הרה"צ רבי ברוך ממונקאטש זצ"ל, איידער די צווייטע וועלט קריג, ווען ביים ברית פונעם מונקאטשער רבי שליט"א איז רבי שלום אליעזר'ל מכובד געווארן מיט סנדקאות, און ער האט דאן לכבוד די שמחה געברענגט דעם הייליגן בעכער, וואס ער האט גענוצט ביים ברית, און דערנאך איבערגעלאזט דעם בעכער אלס מתנה פאר'ן רך הנימול.

דער בעכער האט באופן פלא איבערגעלעבט די שנות הזעם, און איז דערנאך אנגעקומען קיין ארץ ישראל, וואו ס'איז משך אסאך יארן געווען באהאלטן, ביז ס'איז עווענטועל צוריק צום אייגנטומער, דער מונקאטשער רבי. נאך מערערע אינטערווענצן דורך העסקם הרב חיים אלעזר ראזענפעלד יו"ר בית לפליטות, האט ער געלייגט א האנט אויפן בעכער וועלכע איז אצינד אויפן וועג קיין אמעריקא. 

זייענדיג צוגאסט אויף דעם שבת אין קרית צאנז האט ר' חיים אלעזר אריבערברענגט דעם בעכער צום טיש פונעם צאנזער רבי וואס איז אן אייניקל פונעם הייליגן ראפשיצער רב, דער רבי האט דאס איבערגענומען מיט א חרדה עילאה, און מיט גרויס התרגשות געגעבן א קוש דעם בעכער מיט גרויס חביבות און דערויף געמאכט קידוש בהתעוררות רב. דורכאויס די טיש איז דער בעכער געשטאנען אויפ'ן רבי'נס טיש, און דער רבי האט זיך באנוצט דערמיט צו טרונקען עטליכע מאל אינמיטן טיש, שלא כהרגלו.

ביי די דברות קודש וואס דער רבי איז וועכנטליך משמיע דער שארפער פלפול און דברי אגדה בפרשת השבוע, האט דער רבי די וואך אנגעהויבן אז מ'האט זוכה געווען צו מאכן קידוש מיט'ן בעכער פונעם הייליגן ראפשיצער רב, זאגנדיג בענוות קדשו אז ער איז זיכער אז ער איז נישט ראוי דערצו, אבער זיך נישט באנוצן דערמיט איז א א גרעסערע זלזול. דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה געבויט אויף אמרות טהורות פונעם ראפשיצער רב בספרו הקדוש זרע קודש.

צומארגנס ביי שלש סעודות האט זיך דער רבי ווידער באנוצט מיט'ן ראפשיצער בעכער, און איידער'ן וואונטשן לחיים געבעטן אים צו ברענגען דעם ספר זרע קודש, און אויף דעם געזאגט די דברי כיבושין ביי די שלש סעודות תורה. דער רבי האט געבענטשט על הכוס ווידער אויף דעם בעכער, און דערנאך האט דער רבי געבעטן די גבאים צו גוט אויסרייניגן דעם בעכער, און עס דאן צוריק דערלאנגט פאר ר' חיים אלעזר, זיך באדאנקענדיג מעומק הלב, זאגנדיג אז עס האט אים גאר שטארק משמח געווען.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00