כתיבת אותיות ביי האד' מסאטמאר אויף ספר תורה פון אב"ד אויסטריק לע"נ אביו בעל 'עמק התשובה' מקארלסבורג זצ"ל

דאנערשטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


די וואך בעת די זמני כניסה בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג איז אריבערגעקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' שלום ראטה שליט"א אבד"ק אוסטריק אינאיינעם מיט גיסו הגה"צ רבי משה פריעדמאן דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, וואו ער האט מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט"א צו שרייבן אן אות אין די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך מתפללי ביהמ"ד אוסטריק אין וויליאמסבורג לע"נ אביו הגה"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל בעל 'עמק התשובה'.

דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה ועניני כתיבת ספר תורה און דער רבי האט געטרינקען לחיים, און אנגעוואונטשן די רבנים שליט"א, באזונדער האט דער רבי געוואונטשן העסקן הרב שמעון ראטה הי"ו און שטארק משבח געוועהן זיינע ווייטגרייכנדע פעולות אין אתרא קדישא מירון, למען קדושת המקום.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"