הויפט בלאט באריכט דערהויבענע אומפארגעסליכע "שבת המרומם" אין "שאלעי האטעל" בראשות האד' מקהל חסידי ירושלים

דערהויבענע אומפארגעסליכע "שבת המרומם" אין "שאלעי האטעל" בראשות האד' מקהל חסידי ירושלים

געשריבן דורך admin123

דינסטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש


גאר א לעכטיגער דערהויבענע "שבת המרומם" איז דעם פארלאפענעם שבת פ' חיי שרה פארגעקומען אין די פרעכטיגע "שאלעי האטעל" אין אפסטעיט ניו יארק, ווען הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן אינאיינעם מיטגעלעבט דעם לעכטיגן און דערהויבענעם שבת בראשות פון דעם גרויסן גאסט מגדולי מנהיגי יהדות החרדית בארץ הקודש, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, וועלכער געפינט זיך צוגאסט אין אמעריקע אויפצוטרייבן גרויסע סכומים לטובת די הייליגע כולל אימפעריע פון הונדערטער בני תורה אין ארצינו הקדושה.

דער רבי איז אנגעקומען קיין ניו יארק פאריגע וואך זונטאג, אין לויף פון די וואך האט זיך דער רבי געפונען אין די שטאט "בארא פארק" בבית האכסניא הרבני הנגיד הרה"ח ר' שלמה יעקב ווייס הי"ו וואו הונדערטער אידן זענען געקומען לברך ולהתברך. אין די זעלבע צייט איז דער רבי ארומגעגאנגען על פתחי נדיבים און מען האט באוויזן אויפצוטרייבן גרויסע סכומים להחזקות די הונדערטער בני הכולל ובני הקהלה אין ארץ ישראל.

אין לויף פון די פארלאפענע וואכן האבן די עסקנים אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו קענען היי יאר אקאמאדירן א גרעסערן ציבור ווי געווענליך, נאך דעם גרויסן פארלאנג וואס שטייגט כסדר יאר יערליך פון אידן פון אלע געגנטער פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי, צו קענען מיטהאלטן דעם גרויסן שבת. די עסקנים האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו אפירטרעפן א פאסיגן פלאץ צו אקאמאדירן דעם ציבור, און ברוב חסדי המקום האט מען געשלאסן קאנטראקט מיט די בארימטע "שאלעי האטעל", צו פראווען דארט דעם שבת ברוב פאר והדר.

פארלאפענעם ליל שישי פ' חיי שרה איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום האטעל, פרייטאג אינדערפרי איז פארגעקומען אן ענגער מנין שחרית בראשות דעם רבי'ן שליט"א. אום פרייטאג מיטאג האט זיך אנגעהויבן אנצוזען א שטראם פון הונדערטער אידן, זקנים עם נערים, אנשים מכובדים ואנשי שם פון איבער אלע געגנטער, אריינגערעכנט וויליאמסבורג, קרית יואל, מאנסי, בארא פארק, לעיקוואוד און נאך. וואס נענטער צום זמן הדלקת הנירות, האט זיך אנגעזען אלץ מער דער פלוס פון הונדערטער אידן וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם שבת.

אומגעפער א האלבע שעה נאכ'ן זמן איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם היכל הביהמ"ד, בקול חוצב להבות אש כמנהג בית "קארלין" האט מען געזאגט הודו און ידיד נפש, דער גאנצער ציבור אינאיינעם האט געברענט פאר'ן אייבערשטן מיט א העכערקייט.

נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלמה אליעזר מייזעלס הי"ו פון מאנסי, וועלכער האט מיט זיין לשון לימודים ארויסגעברענגט דעם גרויסן זכי' וואס מיר האבן צו פראווען א שבת אינאיינעם מיט'ן רבי'ן דער גרויסער גאסט פון ארצינו הקדושה. ער האט ארויסגעברענגט די גרויסע השפעה וואס דער רבי האט אין ארץ ישראל, מיט זיין כח הקדושה, כח התורה וכח ההוראה, און מיט די כולל אימפעריע וואס איז אויסגעשפרייט איבער ארץ ישראל, און אצינד האבן מיר די זכי' מיטצוהאלטן דעם שבת מיט'ן רבי'ן שליט"א.

דאס גאנצער דאווענען איז אריבער מיט א קאך און א ברען, איבערהויפט ביי 'כגוונא'. נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבערגעגאנגען זאגן גוט שבת, און דער רבי האט יעדן אנגעוואונטשן בצהלות פנים. דאן איז דער ציבור געגאנגען אינעם זאל וואו דער טיש איז אפגעראכטן געווארן, און נאך א קורצע צייט איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש. דער זאל איז געווען גאר פראקטיש אויסגעשטעלט מיט הויכשטאקיגע סטעידזשעס אויף ביידע זייטן פונעם אויבנאן, כדי יעדער איינער זאל קענען מיטהאלטן.

דער גאנצער טיש מתחלתו ועד סופו איז געווען גאר דערהויבן בדברי תורה ושירות ותשבחות לקל חי וקים. אין לויף פונעם טיש האט דער רבי עטליכע מאל געזאגט דברי תורה אויף די פרשת השבוע. נאכ'ן זינגען מנוחה ושמחה האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן ברגשי קודש להבת שלהבת פאר א האלבע שעה אויף די ווערטער 'יזכו לרב טוב המתענגים בה'. בשעת די סעודה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבערגעגאנגען געבן לחיים פאר'ן רבי'ן. דאס אליינס האט גענומען קרוב צו א שעה צייט, בעת דער רבי האט יעדעם פערזענליך ווארעם אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות. מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן הרבני הנגיד ר' שמעון ישראל פערלמוטטער הי"ו, בעל האכסניא פונעם רבי'ן אין וויליאמסבורג.

נאכ'ן טיש איז פארגעקומען א 'באטע' וואס האט גענומען נאך א שיינע וויילע. ביים באטע האט מען געזונגען ניגוני שירות ותשבחות און דערנאך האט מען געטאנצן פאר א לענגערע צייט. לאנג נאך חצות הלילה, שוין קרוב צו איינס אזייגער האט מען געענדיגט דעם באטע.

שבת אינדערפרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען פרי, כדי צו דאווענען נאך בעפאר די זמן תפלה. כמעשהו בליל שבת קודש כך מעשהו ביום השבת איז דאס דאווענען אפגעראכטן געווארן בקול חוצב להבות אש ובפרט ביי 'נשמת' כמנהג קארלין. ביים ליינען האבן פילע נדיבים בעם עולה געווען און זיי האבן געש'נדר'ט גרויסע סכומים צו דעקן די גרויסע הוצאות השבת. צו מוסף איז צוגעגאנגען הרב ר' יוסף האלצער שליט"א ראש החבורה אין וויליאמסבורג.

נאכ'ן דאווענען איז מען תיכף געגאנגען עסן די סעודה בראשות דעם רבי'ן שליט"א.  במשך א האלבע שעה האט דער רבי פארגעלערנט "חסידות", וואס איז א ליקוט פון מאמרים מפי ספרי חסידות הקודמים. מיט בענטשן איז נתכבד געווארן הרבני הנגיד ר' שלמה יעקב ווייס הי"ו, וועלכער האט געדינט אלס דער בעל אכסניא פון רבי'ן אין בארא פארק.

נישט לאנג נאכ'ן טיש בשעה 4:30 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה אינעם ביהמ"ד. נאך מנחה האט מען זיך געוואשן צו שלש סעודות. שלש סעודות איז אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט בהתרוממות הנפש. מען האט געזינגען זמירות במשך א לאנגע צייט. דער רבי שליט"א האט עטליכע מאל געזאגט דברי תורה, באגלייט מיט דברי מוסר והדרכה. נאך די דברות קודש האט מען געטאנצן בריקודי קודש פאר עטליכע מינוט.

נאכ'ן זמן מוצאי שבת זענען מערערע אידן געקומען פון ארומיגע געגנטער, צווישן זיי הרה"ג רבי בערל ראזענבערגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה דקהל יטב לב, וועלכער האט זיך געפונען בשכינות אויף שבת. נאכ'ן טאנצן האט מען געבענטשט, און דערנאך האט מען געדאוונט מעריב, און דער רבי האט געמאכט הבדלה ברוב עם פאר'ן גאנצן ציבור, און דער ציבור אינאיינעם האט געזאגט המבדיל און ויתן לך אינאיינעם מיט'ן רבי'ן. נאך זמירות מוצאי שבת איז דער גאנצער ציבור אריבערגעגאנגען זאגן א גוטע וואך פאר'ן רבי'ן.

דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען געבן א ספעציעלע שמועס פאר די בחורי חמד אין דעם ענין פון לימוד התורה, און אז מען דארף אוועקגעבן פון זיך פאר אנדערע, און אזוי איז מען מער מצליח.

מיט דערהויבענע געפילן פול מיט בענקשאפט האט זיך דער גאנצער ציבור געזעגנט און מען האט זיך אהיימגעקערט לביתם פול מיט ווארעמקייט און התרוממות הנפש אויפ'ן גאנצן ווינטער.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00