הויפט בלאט בילדער ביקור נימוסין • האד' מתולדות אהרן באזוכט ביי האד' מסאטמאר

ביקור נימוסין • האד' מתולדות אהרן באזוכט ביי האד' מסאטמאר

געשריבן דורך admin123

דינסטאג חיי שרה • י"ח חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין, JDN


כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע וויילט די יעצטיגע טעג אין קרית יואל לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן, עב"ג הכלה אייניקל פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, איז נעכטן מאנטאג אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט אנטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס הערצה. דער רבי האט געלאדענט דעם סאטמארער רבי'ן צו די חתונה וועלכע קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס אין קרית יואל און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין ארץ ישראל און איבער די גזירת הגיוס בני הישיבות וואס איז עומק על הפרק, ביים ענדע האבן די רבי'ס געטרינקען לחיים און דערנאך האט האד' מסאטמאר ארויסבאגלייט דעם אורח הגדול ביזן גאס.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00