דאנערשטאג וזאת הברכה א' • ח' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
טויזענטער חסידי סאטמאר האבן דעם זונטאג נאכמיטאג צום גדליה איבערגעפולט אלע אפטיילונגען בבנין בית המדרש הגדול אין קרית יואל, בשעה שהחכם יושב ודורש, ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט די שבת הגדול דרשה, און ארומגערעדט איבער קריטיש וויכטיגע יסודות בעד יהדות הנאמנה, כהכנה דרבה צום דעם נייעם יאהר. כולם נקבצו ובאו, די בית המדרש איז געווען איבערגעפולט מלא על כל גדותיו, עס איז צוגערישט געווארן די מאקסימום זיץ פלעצער און שטיי פלעצער אז אלע חסידים זאלן האבן די מעגליכקייט מיטצוהאלטן די דרשה.
נאך מנחה האט זיך דער רבי מתעטף געווען מיטן טלית און ארויף צום ארון הקודש ווי דער רבי האט צום ערשט מתפלל געווען א תפילה חרישית, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ופלפול ואגדה אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו וואס דער רבי האט פארגעלערנט אין די פארגאנגענע וואכן בהיכל הישיבה.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי מוסר און צווישן אנדערע מעורר געווען אויף קביעות עתים לתורה וואס טראץ וואס די קול תורה אין די בתי מדרשים אין קרית יואל איז בעסער ווי אין אנדערע מקומות אבער ס'איז נאך אלץ נישט יעדער, און ס'איז דא מענטשן וואס זענען זיך נאכנישט קובע עתים לתורה, די זעלבע בעניני תפילה וואס מען דארף זען צו דאווענען פון מה טובו און נישט זיך מיטכאפן אינמיטן א מנין, און אזוי אויך מעורר געווען צו קומען אין ביהמ"ד מיט דרך ארץ.
און אזוי אויך בעניני צניעות ביי נשים, ביי אלע מלבושים בכלליות און בפרט מיט די זאקן און ביי-האר וואס איז זייער הארב געווען ביי הרה"ק בעל דברי יואל זי"ע – מייסד העיר, און יעדע טאטע דארף אכטונג געבן און אויפפאדערן אין זיין שטוב נזהר צו זיין בעניני קדושה וצניעות, און ארומגערעדט בדברי שבח איבער די תקנות חשובות בנוגע די מלבושים פאר די תלמידות בית רחל ווי מען האט אריינגעברענגט א אויסוואל פון צוואנציג ערליי מלבושי כבוד צניעות'דיגע קליידער.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די הצלחה פון די תקנות וואס מען האט געמאכט צו נידערן די פרייזן פון די דירות אין קרית יואל פאר דריי הונדערט דאלער א סקווער פוס, און דער רבי האט געבעטן פון די גאנצע ציבור זיך צו האלטן צו דעם און נישט קויפן קיין דירות פאר טייערער וואס דאס וועט צוריק הייבן די פרייזן.
דאן האט דער רבי ממשיך געווען ארויסברענגענדיג די שווערע מצב המלחמה בארה"ק און געזאגט אז מען דארף מתפלל זיין אויף אחב"י בארה"ק אז קיינער זאל נישט ניזק ווערן ח"ו, אבער מען דארף האלטן די קאפ אויפן פלאץ נישט אריינצופאלן מיט קיין קעלבערנע התפעלות פון די שפיצלעך און שטיקלעך פון די ציונים ווייל צו רעדן בדברי שבח פון די רשעים איז אן איסור גמור און עס דארף וויי טוהן אז עס ווערט נתרומם די קרן פון די רשעי הציונים און דאס דארף יעדע איד אשר בשם סאטמאר יכונה אננעמען פאר א דבר פשוט.
און די זעלבע איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק איז די תפקיד פון יעדע איד מתפלל צו זיין אז מען זאל מצליח זיין צו מבטל זיין די גזירה און מען זאל ווייטער קענען מחנך זיין די קינדער אויף דעם זעלבן אופן ווי ביז היינט וחפץ ה' בידינו יצליח.
דער רבי האט מעורר געווען אז טראץ וואס מען שטייט יעצט אין א זמן פאר די וואלן אין אמעריקע מיינט עס נאכנישט אז מען דארף ליגן קאפ און מח אין דעם און מיטהאלטן יעדע נייעס בכל פרטיה, מ'טאר נישט לעבן אין דעם און ליגן ראשו ורובו אין די נייעס, און פארענדיגט זאגענדיג אז מען שטייט יעצט איידער יום הכיפורים און מעורר געווען אדורכצולערנען משניות מסכת יומא די סדר העבודה פון די כהן גדול ביום הכיפורים אז מען זאל פארשטיין וואס מען זאגט ביים דאווענען יום כיפור, וליתר שאת צו לערנען די רא"ש סוף מסכת יומא ווי ער שרייבט אראפ בקיצור די סדר העבודה צו האבן א השגה פון וואס מ'רעדט, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.