לבקש תחינה • האד' מצאנז קלויזנבורג אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו בראש קהל חסידיו‎

מאנטאג פ' האזינו • כ"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער


פארלאפאנעם מיטוואך נאכט באשמורת הבוקר ארום פיר אזייגער פארטאגס איז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א אנגעקומען בראש קהל חסידיו אויף א תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי לבקש תחינה על עמך בית ישראל אריינטרעטנדיג אין די ימי הרחמים והסליחות הממשמשין ובאין.

אנקומענדיג מול מקום המוקדם האט די רבי שליט"א געריסן קריעה, דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב דינענדיג אלס שליח ציבור און מאריך געוועהן ביי קריאת שמע כדרכו בקודש. נאך מעריב וואס האט געדויערט ארום א שעה צייט, האט מען געזאגט עטליכע מזמורי תהילים מיט גרויס התעוררות וואו די רבי האט איינגעריסן מיט גרויס דביקות און בכיות, נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון כבן המתחטא לפני אביו בהשתפכות הנפש. ביים פארלאזן דעם כותל המערבי האט זיך די רבי אומגעקוקט ביי די מניני שחרית מיטן נץ החמה, וואו די רבי האט שטארק מפליא געוועהן די עדת הספרדים וועלכע זענען מקפיד צו דאווענען בהשכמה און דערביי מחזק געוועהן עטליכע פון די מתפללים אין די מנינים איבער די ענין גדול פון דאווענען ביים נץ.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"