האד' מנדבורנא אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אונגארן לרגל די ימי הרחמים והרצון‎

זונטאג פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ"ש – JDN


דעם אנהייב וואך איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א ארויסגעפארן אויף א קורצע נסיעה קיין אונגארן לעניני הכלל, די רבי שליט"א האט אויסגענוצט די געלעגנהייט און מתפלל געוועהן ביי די קברי צדיקים שטייענדיג אינעם חודש הרחמים והסליחות. זונטאג איז דער רבי אנגעקומען צום ציון קודש הקדשים פונעם רבן של ישראל די הייליגע חתם סופר זי"ע אין פרעשבארג. דינסטאג איז די רבי שליט"א אנגעקומען קיין קערעסטיר וואו די רבי האט פוקד געוועהן דעם ציון הק' פונעם צדיק רבי ישעי'לע קערססטירער זי"ע און דערנאך באזוכט בביתו נאווה קודש פונעם צדיק וואו די רבי האט איבערגעלאזט ברכת קדשו און א סכום הגון פאר די ראשי הכנסת אורחים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

האד' מבעלזא אפגעראכטן מסיבת שבע ברכות פארן הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו

גייסטרייכע מעמד "להחיותינו" אפגעראכטן אין ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים לחיזוק וביסוס הקהילה